38 און אין זיין לערנונג האט ער געזאגט: היט זיך פאר די סופרים, וואס האבן ליב ארומצוגיין אין טליתים, און אז מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער,
היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;
און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
און די הויפט זיץ‑ערטער אין די שולן, און ערטער אויבנאן אויף די סעודות;
און ער האט זיי געלערנט א סך זאכן מיט משלים, און האט צו זיי געזאגט אין זיין תורה:
וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער.
איך האב עפעס געשריבן צו דער קהלה; נאר דיאטרעפעס, וועלכער האט ליב צו זיין ביי זיי א ראש, נעמט אונדז נישט אָן.