31 דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן.
אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.)
דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים.
און דער סופר האט צו אים געזאגט: וואויל, רבי! דו האסט ווארהאפטיק געזאגט, אז ה׳ איז איינער; און עס איז נישט פאראן קיין אנדערער אחוץ אים;
האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג‑ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.)
ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.)
און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.