און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען.
און דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט מיט דיין גאנץ הארץ, און מיט דיין גאנץ נפש, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און מיט דיין גאנצער קראפט. (דברים ו, ד-ה.)
אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.