13 און זיי שיקן צו אים אייניקע פון די פרושים און פון הורדוס לייט, כדי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים.
און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן?
און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך גלייך באראטן מיט הורדוסנס לייט קעגן אים, וויאזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן!
לויערנדיק אויף אים, צו כאפן עפעס פון זיין מויל.