11 פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן? (תהלים קיח, כב, כג.)
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)
און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן?
צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפענונג פון הערלעכקייט;
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.