Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 12:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 12:10
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער אבער האט צו זיי געזאגט: צי האט איר נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען עס האט אים געהונגערט און די, וואס זענען געווען מיט אים?


ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה,


און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.)


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)


און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן:


און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.)


נו, וואס וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן? ער וועט קומען און אומברענגען די גערטנער, און דעם וויינגארטן וועט ער געבן צו אנדערע.


און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא.)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;


און ער זאגט צו זיי: צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען ער איז געווען אין נויט, און איז געווען הונגעריק, ער אליין און די לייט מיט אים?


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: צי האט איר דען נישט געלייענט דאס דאזיקע, וואס דוד (המלך) האט געטאן, ווען ער איז הונגעריק געווארן און די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים?


ווי עס שטייט געשריבן: אָט לייג איך אין ציון אן אבן נגף און א פעלדזן פון שטרויכלונג; און יעדער, וואס וועט גלויבן אין אים, וועט נישט פארשעמט ווערן. (ישעיהו ח, יד; כח, טז.) (לויטן תרגום השבעים.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ