8 און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער.
און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער,
און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט.
און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, און די, וואס זענען נאכגעגאנגען, האבן געשריגן: הושענא! געלויבט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר! (ברוך הבא בשם ה׳)