7 און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט.
און זיי האבן צו זיי געזאגט אזוי ווי יהושע/ישוע האט באפוילן; און זיי האבן זיי געלאזט.
און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער.