31 און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: מן השמים, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט?
און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט.
צי איז די מקווה פון יוחנן געווען מן השמים, אדער פון מענטשן? ענטפערט מיר!
וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא.
יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.
צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)
און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.
און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם!