27 און זיי קומען ווידער קיין ירושלים. און בשעת ער איז ארומגעגאנגען אין בית המקדש, קומען צו אים די הויפט כהנים, און די סופרים, און די זקנים;
און זאגן צו אים: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות, כדי דו זאלסט טאן די דאזיקע זאכן?
און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,
און יהושע/ישוע איז געגאנגען אינם בית המקדש אין אולם של שלמה ארויף און אראפ.
האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.