20 און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען.
ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: יעדע פלאנץ, וואס מיין הימלישער פאטער האט נישט געפלאנצט, וועט אויסגעווארצלט ווערן.
און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן.
און צומארגנס, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון בית‑היני, איז ער געווארן הונגעריק.
און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט.
אויב עמיצער בלייבט נישט אין מיר, ווערט ער ארויסגעווארפן אינדרויסן, ווי די צווייג, און ווערט פארדארט; און מען זאמלט זיי איין און ווארפט זיי אין פייער אריין, און זיי ווערן פארברענט.
אבער אויב זי גיט ארויס דערנער און שטעכלקעס, איז זי פארשטויסן און נאענט צו א קללה; איר סוף איז פארברענט צו ווערן.
די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע;