19 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט.
און האט זיי פארלאזט, און איז ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט קיין בית‑היני. און דארטן איבערגענעכטיקט.
און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית‑היני צוזאמען מיט די צוועלף.
און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים.
בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי.