16 און ער האט נישט דערלאזט, אז עמיצער זאל דורכטראגן א כלי דורך דעם בית המקדש.
און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן.
און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.)