Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 11:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 11:14
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן.


הערט אן אנדער משל: עס איז געווען א מענטש, א בעל הבית, וואס האט געפלאנצט א וויינגארטן, און האט אים ארומגערינגלט מיט א צוים, און געגראבן א וויינקעלטער אין אים, און געבויט א טורם, און האט אים פארדינגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן.


(און ווער עס פאלט אויף דעם דאזיקן שטיין, דער וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן.)


און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.


יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.


און דערזעענדיק פונדערווייטנס א פייגנבוים, וואס האט געהאט בלעטער, איז ער אהינגעגאנגען, אפשר וועט ער עפעס געפינען אויף אים; און ווען ער איז צוגעקומען צו אים, האט ער גארנישט געפונען אחוץ בלעטער; ווארום עס איז נישט געווען דער זמן פון פייגן.


און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן.


אויב עמיצער בלייבט נישט אין מיר, ווערט ער ארויסגעווארפן אינדרויסן, ווי די צווייג, און ווערט פארדארט; און מען זאמלט זיי איין און ווארפט זיי אין פייער אריין, און זיי ווערן פארברענט.


ווארום אויב נאך דעם ווי זיי זענען אנטרונען פון די באפלעקונגען פון דער וועלט דורך דער דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח, זענען זיי ווידער פארוויקלט אין די דאזיקע און זענען בייגעקומען געווארן, איז זייער סוף ערגער ווי דער אנהויב.


ווער עס טוט אומרעכט, דער זאל ווייטער טאן אומרעכט; און דער טמא זאל ווייטער זיין טמא; און דער צדיק זאל ווייטער עוסק זיין אין צדקות; און דער קדוש זאל זיך ווייטער הייליקן!


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ