52 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען.
דעמאלט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן.
און עס זענען געקומען צו אים בלינדע און לאמע אין בית המקדש, און ער האט זיי געהיילט.
און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת.
און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.
און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.
און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.
ער אבער האט געזאגט צו דער פרוי: דיין גלויבן האט דיך געראטעוועט, גיי לשלום!
און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
פון אייביק אָן איז עס נישט געהערט געווארן, אז עמיצער זאל האבן געעפנט די אויגן פון א בלינד געבוירענעם.
און יהושע/ישוע האט געזאגט: צום משפט בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי די, וואס זען נישט, זאלן זען, און די זעענדיקע זאלן ווערן בלינד.
אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.