51 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן!
און דאס שלום אפגעבן אויף די מערקפלעצער, און פון לייטן גערופן צו ווערן רבי!
איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער.
דעריבער זייט נישט גלייך ווי זיי! מחמת ה׳, אייער פאטער, ווייסט וואס איר באדארפט, איידער איר בעט אים.
בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!
און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פארלאנגט איר, אז איך זאל טאן פאר אייערטוועגן?
און ער האט אוועקגעווארפן זיין מלבוש, און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און איז געקומען צו יהושען/ישוען.
זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!)
און דער הויפטמאן האט אים גענומען ביי דער האנט, האט אים אוועקגעפירט אויף א זייט, און (אים) געפרעגט: וואס איז עס, וואס דו האסט מיר צו דערציילן?
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.