47 און הערנדיק, אז עס איז יהושע/ישוע פון נצרת, האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זאגן: בן דוד, יהושע/ישוע, האב רחמנות אויף מיר!
דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם.
און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד?
און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט!
און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.)
און זע, צוויי בלינדע זענען געזעסן ביים וועג; ווי זיי האבן געהערט, אז יהושע/ישוע גייט פארביי, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז!
די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
און זיי פאנאנדערגעלייגט אויפן וועג. און די המונים, וואס זענען געגאנגען פארויס פאר אים, און וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: הושענא לבן דוד! געלויבט זאל זיין דער, וואס קומט אין דעם נאמען פון דעם האר. הושענא במרומים! (תהלים קיח, כה-כו.)
און איז ארויסגעגאנגען צום פאדערהויז, און אן אנדערע האט אים דערזען, און זאגט צו די מענטשן דארטן: דער דאזיקער איז געווען מיט יהושע/ישוע פון נצרת!
און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד!
אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.
און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען.
און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.
און פילאטוס האט אויך געשריבן א טיטל און אים ארויפגעזעצט אויפן בוים. און עס איז געווען געשריבן: יהושע/ישוע פון נצרת מלך היהודים.
אנדערע האבן געזאגט: דאס איז דער משיח! אנדערע האבן געזאגט: ניין, דער משיח קומט דאך נישט ארויס פון גליל?
האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.
ווארום מיר האבן אים געהערט זאגן, אז דער דאזיקער יהושע/ישוע פון נצרת, וועט צעשטערן דאס ארט און ענדערן די חוקים, וועלכע משה האט אונדז איבערגעגעבן.
איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.