45 ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.
גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט.
ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף.
דעריבער אויב איך, דער האר און רבי, האב אייך געוואשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחייב צו וואשן איינער דעם אנדערן די פיס.
ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.
משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
און הגם ער איז געווען א זון, האט ער דאך געלערנט געהארכזאמקייט דורך די זאכן, וועלכע ער האט געליטן;
נאר מיט דעם טייערן בלוט פון דעם משיח, ווי פון א לעמעלע אָן א מום און אָן א פלעק; (שמות יב, ה.)