44 און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט.
און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד.
ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת;
ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.
און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און האט גערופן די צוועלף; און זאגט צו זיי: אויב איינער וויל זיין דער ערשטער, זאל ער זיין דער לעצטער פון אלע, און אלעמענס משרת.
נאר האט זיך אויסגעליידיקט, נעמענדיק אויף זיך דאס געשטאלט פון א קנעכט, ווערנדיק ענלעך צו מענטשן;