43 ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת;
און יהושע/ישוע האט זיי גערופן צו זיך, און זאגט צו זיי; איר ווייסט, אז די, וואס גילטן צו הערשן איבער די פעלקער, אונטעריאכן זיי; און זייערע גדולים געוועלטיקן איבער זיי.
און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט.
און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און האט גערופן די צוועלף; און זאגט צו זיי: אויב איינער וויל זיין דער ערשטער, זאל ער זיין דער לעצטער פון אלע, און אלעמענס משרת.
ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן, און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
איר אבער נישט אזוי; נאר דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין ווי דער יונגסטער; און דער מנהיג ווי דער משרת.
און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען.
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.