40 נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט אדער לינקער זייט איז נישט מיינס צו געבן, נאר (עס איז פאר די) פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן.
און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.
זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט, און אויף מיין לינקער זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער.
דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן!
ווי דו האסט אים געגעבן מאכט איבער יעדן בשר (ודם), כדי ער זאל געבן אייביק לעבן צו אלעמען, וואס דו האסט אים געגעבן.
פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט.
האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט.
זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט.