Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 10:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און זיי וועלן אפשפאטן פון אים, און שפייען אויף אים, און וועלן אים שמייסן, און טייטן; און אין דריי טעג ארום וועט ער ווידער אויפשטיין.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 10:34
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


דאן האבן זיי אים געשפיגן אין פנים אריין און האבן אים געשלאגן מיט די פויסטן;


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


און דער כהן גדול האט צעריסן זיינע קליידער, און זאגט: וואס דארפן מיר נאך האבן עדות?


און אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.)


ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)


ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


און זאגט צו אים: יעדער מענטש שטעלט קודם כל אוועק דעם גוטן וויין, און ווען מען האט זיך שוין אנגעטרונקען, דעמאלט דעם ערגערן; און דו האסט באהאלטן דעם גוטן וויין ביז איצט.


און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ