Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 10:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 און די תלמידים זענען דערשטוינט געווארן איבער זיינע ווערטער. יהושע/ישוע אבער ווידער ענטפערנדיק האט צו זיי געזאגט: קינדער, אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן בטחון אויף געלט, אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 10:24
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן?


און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.


און יהושע/ישוע האט זיך ארומגעקוקט, און זאגט צו זיינע תלמידים: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן עשירות אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳!


און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים.


קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.


און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: קינדער, צי האט איר נישט עפעס (פאנגען פיש) צו עסן? האבן זיי אים געענטפערט: ניין!


און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?


קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט,


די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן;


קינדער מיינע, דאס שרייב איך אייך, כדי איר זאלט נישט זינדיקן. און ווען עמיצער זינדיקט יא, האבן מיר א מליץ (יושר) ביי דעם פאטער, יהושע/ישוע המשיחן, דעם צדיק;


קינדער, איר זענט פון ה׳, און האט זיי מנצח געווען; ווייל גרעסער איז דער, וועלכער איז אין אייך, ווי דער, וועלכער איז אין דער וועלט.


קינדער, היט זיך אפ פון די אפג‑טער.


ווייל דו זאגסט: איך בין רייך און האב דערווארבן אן עשירות, און דארף גארנישט האבן, און ווייסט נישט, אז דו ביסט עלנט און אומגליקלעך און ארעם און בלינד און בלויז;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ