Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 10:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 10:17
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען זיי זענען געקומען צו דעם המון עם, איז געקומען צו אים א מענטש, וואס איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני,


דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן!


און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.


און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן!


און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין!


און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן?


און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים!


און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.


ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן?


און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?


און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.


נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן.


צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;


ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.


אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע,


כדי זייענדיק גערעכטפערטיקט דורך זיין חסד, זאלן מיר ווערן יורשים לויט דער האפענונג פון אייביקן לעבן.


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


צו אן אומפארדארבלעכער און אומבאפלעקטער ירושה, און וואס פארוועלקט נישט, וועלכע איז באהאלטן אין הימל פאר אייערטוועגן,


און דאס דאזיקע איז די הבטחה, וועלכע ער האט אונדז צוגעזאגט: דאס אייביקע לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ