Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 10:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און ווי יהושע/ישוע האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 10:14
36 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.


יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.


וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט; ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.


וואויל איז די ארעמע אין גייסט; ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.


און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.


ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן!


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.


האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן.


איר זענט די קינדער פון די נביאים, און פון דעם בונד (ברית), וואס ה׳ האט געמאכט מיט אייערע אבות, ווען ער האט געזאגט צו אברהמען: און דורך דיין זאמען וועלן געבענטשט ווערן אלע משפחות פון דער ערד. (בראשית כב, יח.)


און אויב די תרומת העיסה איז הייליק, אזוי איז דאס גאנצע טייג אויך הייליק; און אויב דער ווארצל איז הייליק, אזוי זענען די צווייגן אויך הייליק.


וואס שייך דער בשורה טובה, זענען זיי שונאים צוליב אייך, אבער וואס שייך דער בחירה זענען זיי געליבטע צוליב די אבות.


ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן).


ווארום דער אומגלויביקער מאן ווערט געהייליקט דורך דער פרוי, און די אומגלויביקע פרוי ווערט געהייליקט דורך דעם ברודער; ווייל ווען נישט, וואלטן אייערע קינדער געווען טמאים, זיי זענען איצט אבער הייליק.


צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז;


ווען איך דערמאן מיך אין דיין אויפריכטיקער אמונה, וואס האט קודם כל געוואוינט אין דיין באבע לואיס און אין דיין מוטער עווניקע, און האב מיך איבערצייגט, אז אויך אין דיר.


און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה,


און אין זייער מויל איז נישט געפונען געווארן קיין שקר; ווארום זיי זענען אָן א מום.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ