11 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר;
און איך זאג אייך: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, אחוץ צוליב זנות, און האט חתונה מיט אן אנדערער, דער איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
און אינם הויז האבן די תלמידים אים ווידער געפרעגט וועגן דער דאזיקער זאך.
יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה.
דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן.
די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי.
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.