Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 1:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 איך האב אייך טובל געווען מיט וואסער אין א מקווה, ער אבער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 1:8
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך.


און עס איז געשען, אין יענע טעג איז יהושע/ישוע געקומען פון נצרת אין גליל, און איז געטובלט געווארן אין א מקווה פון יוחנן אינם ירדן.


האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער;


האט יוחנן זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: איך בין טובל מיט וואסער אין א מקווה: אין אייער מיט שטייט (איינער), וועמען איר קענט נישט,


און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.


ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום.


און די געמלטע (ד. ה. די יידישע) מאמינים, וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פעטרוסן, האבן געשטוינט, אז אפילו אויף די אומות (העולם) איז אויסגעגאסן געווארן די מתנה פון דעם רוח הקודש.


און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳, איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם); און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן, און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות, און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,


און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.


ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ