Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 1:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 1:5
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.


יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד.


און דער יוחנן איז געווען אנגעטאן אין קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן, און האט געגעסן היישעריקן און ווילדן האניק.


דאס איז געשען אין בית‑היני, אויף יענער זייט ירדן, וואו יוחנן פלעגט טובל זיין אין דער מקווה.


און אויך יוחנן האט טובל געווען אין דער מקווה אין עינון, נאענט ביי שלם, ווייל דארטן איז געווען א סך וואסער פאר דער מקווה; און מען פלעגט קומען און זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה.


ער איז געווען דאס ברענענדיקע און שיינענדיקע ליכט; און איר האט זיך געוואלט משמח זיין לפי שעה אין זיין ליכט.


און א סך פון די, וואס האבן געגלויבט, זענען געקומען און זיך מתוודה געווען און דערציילט פון זייערע (פריערדיקע) מעשים.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ