39 און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.
און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.
און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט.
און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט.
און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט; און ער האט א געשריי געטאן,
און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען.
און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט.
און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן. און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט.
און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען.
און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.