37 און האבן אים געפונען, און זאגן צו אים: אלע זוכן דיך!
און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים;
און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען.
און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד.
אויב מיר וועלן אים אזוי לאזן, וועלן אלע גלויבן אין אים, און די רוימער וועלן קומען און אוועקנעמען אונדזער לאנד און פאלק.
דעריבער האבן די פרושים געזאגט איינער צום אנדערן: איר זעט, אז איר פועלט גארנישט; זע, די גאנצע וועלט לויפט אים שוין נאך!
און זיי זענען געקומען צו יוחנן, און האבן געזאגט צו אים: רבי, ער, וואס איז געווען מיט דיר אויף יענער זייט ירדן, וועגן וועמען דו האסט עדות געזאגט, אָט זע, ער טובלט אין דער מקווה, און אלע קומען צו אים.