35 און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן.
און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, איז ער פון דארטן אוועק אין א שיפל, אויף א מדבריותדיק ארט איינער אליין. און ווען די המונים מענטשן האבן עס געהערט, האבן זיי אים נאכגעפאלגט צופוס פון די שטעט.
און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין.
און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים;
נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן.
און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳.
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.
דעריבער ווי יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, אז זיי ווילן קומען און אים כאפן, כדי אים צו מאכן פאר א קעניג, האט ער זיך ווידער צוריקגעצויגן אויף דעם בארג ארויף איינער אליין.
מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,
זאל ביי אייך זיין די זעלביקע מחשבה, וואס איז געווען אין דעם משיח יהושע/ישוע,
וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.