33 און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר.
און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט.
און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.
און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד.
און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט.