3 א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט פארטיק דעם הארס וועג, גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן:
מחמת דאס איז ער, פון וועמען עס איז גערעדט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט גרייט דעם וועג פון דעם האר (ג‑ט), מאכט גלייך זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר.
יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר.