28 און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד.
זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.
און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.
און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן.
ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.
און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן:
און דער קלאנג וועגן אים האט זיך פארשפרייט אויף יעדן ארט אין דער געגנט ארום.
און די דאזיקע געשיכטע וועגן אים האט זיך פארברייטערט אין גאנץ יהודה און אין דער גאנצער געגנט ארום.