25 און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים!
און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון.
אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.
און דער אומריינער גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס.
און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.
און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים!
און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג און גיי ארויס פון אים! און דער בייזער גייסט האט אים א ווארף געטאן ביז אין דער מיט, איז ארויס פון אים און האט אים גארנישט געשעדיקט.
און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.
די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג‑ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג.