Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 1:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 1:21
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי;


און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.


און גלייך האט ער זיי גערופן; און זיי האבן פארלאזט זייער פאטער זבדי און דעם שיפל צוזאמען מיט די טאג לוינער, און זענען אוועק נאך אים.


און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן.


און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר.


און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.


און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט.


און אין אייניקע טעג ארום איז ער ווידער געגאנגען קיין כפר‑נחום; און מען האט געהערט, אז ער איז אינם הויז.


און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט.


און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט!


און דו כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהויכט? ביז צום שאול תחתית וועסטו אראפנידערן!


און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג.


און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען.


און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט!


און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש),


און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ