אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל.
און די פאסטוכער האבן זיך אומגעקערט אפגעבנדיק כבוד צו ה׳ און לויבנדיק אים פאר אלעם, וואס זיי האבן געהערט און געזען, אזוי ווי עס איז צו זיי גערעדט געווארן.
פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.