5 מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי?
און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—זאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטן—שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!
און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און ער האט צו איר געזאגט: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען.
און פעטרוס האט צו אים געזאגט: ענעאס, יהושע/ישוע המשיח מאכט דיך געזונט; שטיי אויף און מאך דיר דאס בעט! און ער איז גלייך אויפגעשטאנען.