Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 9:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 9:4
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און וויסנדיק זייערע געדאנקען, האט ער צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט פארוויסט; און יעדע שטאט אדער הויז, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, וועט נישט בלייבן שטיין.


ער האט אבער געוואוסט פון זייער צביעות, און האט צו זיי געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס? ברענגט מיר א דינר, כדי איך זאל אים באקוקן.


און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער?


ער אבער, ווייל ער האט געוואוסט פון זייערע געדאנקען, האט צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז צעטיילט קעגן זיך אליין, ווערט פארוויסט; און א הויז פאלט אויף א הויז.


יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער?


ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט.


און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג!


יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען?


איצט ווייסן מיר, אז דו ווייסט אלץ, און דארפסט נישט, אז עמיצער זאל דיך פרעגן; דורך דעם גלויבן מיר, אז דו ביסט ארויסגעקומען פון ה׳.


צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.


וויסנדיק אבער אין זיך אליין, אז זיינע תלמידים האבן געמורמלט וועגן דעם, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע מאכט אייך שטרויכלען?


נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן.


האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן.


און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ