34 די פרושים אבער האבן געזאגט: דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער!
עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!
מחמת יוחנן איז געקומען, האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען, און מען זאגט: ער האט א בייזן גייסט!
דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען.
און אויב איך טרייב ארויס בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.
און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.
אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.
ווארום יעדער איינער, וואס טוט שלעכטס, האט פיינט דאס ליכט, און קומט נישט צו דעם ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן נישט אויפגעדעקט ווערן.
האט דער המון מענטשן געענטפערט: דו האסט א בייזן גייסט; ווער זוכט דיך צו טייטן?