20 און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש.
און האבן אים געבעטן, אז זיי זאלן בלויז אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אנגערירט, זענען גאנץ געזונט געווארן.
און אלע זייערע מעשים טאן זיי, כדי פון לייטן געזען צו ווערן, מחמת זיי מאכן ברייט זייערע תפילין, און לאנג די ציצית,
און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים.
און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן.
און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן.
אזוי, אז מען פלעגט אוועקטראגן פון זיין לייב טיכלעך אדער פארטיכער צו די שלאפע, און די חלאתן האבן זיי פארלאזט, און די בייזע גייסטער זענען ארויס.
אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי.