14 דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט?
ווען אבער יוחנן האט געהערט אין תפיסה די מעשים פון דעם משיח, האט ער געשיקט דורך זיינע תלמידים.
און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.
און עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישן די תלמידים פון יוחנן און א יידן וועגן טהרה.
ווען דעריבער דער האר האט זיך דערוואוסט, אז די פרושים האבן געהערט, אז יהושע/ישוע מאכט און איז טובל אין דער מקווה מער תלמידים ווי יוחנן—