Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 9:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 9:13
39 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער אבער האט צו זיי געזאגט: צי האט איר נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען עס האט אים געהונגערט און די, וואס זענען געווען מיט אים?


אדער האט איר נישט געלייענט אין דער תורה, אז אלע שבת זענען די כהנים מחלל שבת אין בית המקדש, און פארזינדיקן זיך דאך נישט?


און אויב איר וואלט געוואוסט, וואס עס הייסט: איך באגער בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן, וואלט איר נישט פארמשפט די אומשולדיקע. (הושע ו׳ ו.)


ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה,


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!


און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.)


און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים.


און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.


און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו?


ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.


און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע;


איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה!


האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי שטייט דען נישט געשריבן אין אייער תורה: איך האב געזאגט: איר זענט ג‑טער? (תהלים פב, ו.)


און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,


אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.


דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ