1 און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין.
און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי;
גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים.
און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט.
און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.
און די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק.
און ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים.
ווער עס טוט אומרעכט, דער זאל ווייטער טאן אומרעכט; און דער טמא זאל ווייטער זיין טמא; און דער צדיק זאל ווייטער עוסק זיין אין צדקות; און דער קדוש זאל זיך ווייטער הייליקן!