7 און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן.
און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים.
דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן.
איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;