1 און ווען ער איז אראפגעשטיגן פון בארג, האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן,
יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,
און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט;
און גרויסע המונים מענטשן האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי דארט געהיילט.
און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון יריחו, האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון מענטשן.
און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.
מחמת ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי זייערע סופרים.
און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים.
און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן.
און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה,
אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן.