6 גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס איז נישט שיין אוועקצונעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס צו ווארפן פאר די הינטלעך!
און דעמאלט וועלן א סך שטרויכלען, און פארראטן איינס דאס אנדערע, און זיך האסן איינס דאס אנדערע.
דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג.
א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער;
היט זיך פאר די כלבים, היט זיך פאר די שלעכטע ארבעטער, היט זיך פאר דער קערפערלעכער באשניידונג;
וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד.
און זענען אפגעפאלן, זיי ווידער צו באנייען צו תשובה, ווייל זיי אויפהענגען אויף דער בוים אויפסניי צו זיך אליין דעם זון פון דער אויבערשטער און מאכן אים צו שאנד בפרהסיא.
ביי זיי האט זיך באשטעטיקט דאס ווארהאפטיקע שפריכווארט: א הונט האט זיך אומגעקערט צו דעם, וואס ער האט אויסגעבראכן, און אן אפגעוואשן חזיר זיך צו וואלגערן אין בלאטע! (משלי כו, יא.)
אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.