Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 7:25 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

25 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן אנגעגריפן יענע הויז; און עס איז נישט איינגעפאלן; מחמת עס איז געווען געגרינדעט אויף דעם פעלדזן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 7:25
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.


דעריבער יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי, וועט זיין געגליכן צו א מאן א חכם, וואס האט געבויט זיין הויז אויף דעם פעלדזן.


און יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי נישט, וועט זיין געגליכן צו א מאן א נאר, וואס האט געבויט זיין הויז אויפן זאמד.


און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן געשטויסן אויף יענעם הויז; און עס איז איינגעפאלן, און דער צואמענברוך דערפון איז געווען גרויס.


שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.


אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע,


איינגעווארצלט און אויפגעבויט אין אים, און געגרונטפעסטיקט אין דער אמונה, לויט ווי איר זענט געלערנט געווארן, און מיט א שפע פון לויב.


וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.


וואס איר ווערט אפגעהיטן אין ה׳ס מאכט דורך דעם בטחון צו א ישועה גרייט אנטפלעקט צו ווערן אין דער צייט פון קץ.


כדי די אויספרובירונג פון אייער אמונה זאל געפונען ווערן פיל מער ווערט ווי גאלד, וואס פארגייט, הגם עס ווערט אויסגעפרובירט דורך פייער, פאר א לויב און הערלעכקייט און כבוד ביי דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;


פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ