Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 7:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 א סך וועלן זאגן צו מיר אין יענעם טאג: האר, האר, צי האבן מיר דען נישט אין דיין נאמען נבואות געזאגט, און אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און אין דיין נאמען געטאן א סך וואונדער?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 7:22
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

באמת זאג איך אייך; עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום און עמורה אינם טאג פון משפט, ווי פאר יענער שטאט.


נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין.


און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף!


נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


איך זאג אייך, אז פאר סדום וועט עס זיין דערטרעגלעכער אין יענעם טאג ווי פאר יענער שטאט.


דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.);


איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב;


ווען ער וועט קומען פארהערלעכט צו ווערן אין זיינע קדושים, און באוואונדערט צו ווערן אין אלע מאמינים—ווייל אונדזער עדות זאגן איז פון אייך געגלויבט געווארן—אין יענעם טאג.


צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.


זאל אים דער האר (יהושע/ישוע) געבן, אז ער זאל געפינען רחמים ביים האר (ג‑ט) אין יענעם טאג—און וויפל ער האט מיר געדינט אין עפעזוס, ווייסטו גאנץ גוט.


פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ