2 מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן.
מחמת אויב איר פארגיט די מענטשן זייערע פעלערן, וועט אייער הימלישער פאטער אייך אויך פארגעבן.
און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג.
גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן.
(באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה.
ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.
פארגעלט איר, ווי זי האט פארגעלטן, און מאכט עס כפלי כפלים לויט אירע מעשים; אין דעם בעכער, אין וועלכען זי האט געמישט, זאלט איר מישן טאפלט פאר איר!